ויסעו מ'אייוועלט ויחנו...

קשה עלי פרידתכם, ס'איז שווער זיך צו שיידן פון אט די געשמאקע ווינקעלע וואו מיר האבן אזוי אנגענעם פארברענגט. געטיילט און באקומען גרינע, סיי די מענטשעלעך און סיי די עכטע גרינע, אלע וואס זענען געהאלפן געווארן און די אלע וואס האבן אונז געהאלפן, די וואס האבן אונז מהנה געווען און די וועם אונז האבן מהנה געווען.

אבער יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע, דאסמאל איז עס א גוטע ענדע, מ'ענדיגט בכי טוב מיטן נומער זיבן וואס איז א רמז צום שבת קודש, וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי שָׁבַת וַיִּנָּפַשׁ.

ווייטער זען מיר דעם נומער זיבן, ווען נאך זיבן יאר פון שמיטה זאגט די תורה בִּשְׁנַת הַיּוֹבֵל הַזֹּאת תָּשֻׁבוּ אִישׁ אֶל אֲחֻזָּתוֹ, און אזוי וועלן מיר אי"ה טון וּקְרָאתֶם דְּרוֹר בָּאָרֶץ.

לא אלמן ישראל, די וועלט וועט נישט אונטערגיין, אלעס וועט ווייטער גיין ווי פריער. דור הולך ודור בא, אזוי גייט שוין די וועלט הונדערטער יארן, ווי רש"י זאגט אין לך אלא כהן שבימיך.

זאל דער באשעפער אייך בענטשן בכל מילי דמיטב ושפע ברכה והצלחה, און מיר וועלן זיך בקרוב טרעפן ביים סעודת לויתן במהרה בימינו אמן.


קאנטאקט